Raving Recommendations

May 20, 2015  •  Leave a Comment

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=26581#p1049487

 

פריעדמאנ'ס פאטאגראפי

הודעהדורך שלעפשיץ » מיטוואך מאי 06, 2015 1:02 am

פריעדמאנ'ס פאטאגראפי - ווערט האט נאך נישט געהערט פון פריעדמאנ'ס??
איך האב שוין געהערט פון זיי אבער נאך ווי.......

אט הערט אביסל וואס דא גייט פאר... ב"ה עס איז נאר אויף שמחות

פאר ווער עס האלט נישט מיט, עמיר דא אביסל ריפרעשן די מח.
איך האב שוין לאנג נישט געשריבן אזוי געהעריג , זינט איך האב חתונה געהאט ווייסט דאך יעדער ווי פארנומען איך בין
ב"ה די שנה ראשונה האט זיך נישט לאנג צוריק גענדיגט, מען קען שוין אביסל אטעמען.

יעצט אוודאי עט איר מיר נישט גלייבן אז מארטש 24 אויפדערנאכט איז די פארהייראט צערעמאניע פארגעקומען
איז פאר דעם האב איך אנגעהויבן מיט פריעדמאנס פאטאגראפי - זיי האבן פאראייביגט די מעמד
זיי האבן ערמעגליכט דעם אויפווייזונג וואס איך וועל אייך אייביג קענען אויפווייזן - אפאר בילדער זענען אפי' - שווארץ אויף ווייס
אז יא! מארטש 24 איז עס געווען - איך האב פיקטשערס (קרעדיט זעמל)

****

היינט אויפדערנאכט איז פארגעקומען די גורל'דיגע צוזאמענשטויס פון אדמו"ר מ'שלעפשיץ מיט אדון פריעדמאן
איצטערט אויפדערנאכט איז געשען דעם אזוי לאנג ערווארטעטן באגעגעניש
ווי מען וועט דורך פאליטיק פערפעקט איינגעלעגענהייטן מאכן דעם באשלוס וואס און ווען וועט יא אדער נישט זוכה זיין 
אריינצוגיין אינעם שוין אזוי אויך הערליכן אלבום.

והנה און אט!
איך קום אריין אינעם קארידאר אום 7:30 נאכמיטאג שארף
(א פיצי קורצע הקדמה) ווער עס ווייסט ווי אזוי די זאכן גייען ווייסט אז עס איז שוין געקענסל'ט געווארן א שיינע
פאר עפפאונטמענטס, א סאמע שיינע טעלעפאון קאלס אהער און אהין איבער ווען מען גייט מאכן די אלבום
שוין אפאר מאל אראפגעגאנגען צו זיי זאגן אז איך גיי צוריק קומען א צווייט מאל און א דריט מאל
איך מוז אייך זאגן - די קאסטאמער סערוויס וואס זיי האבן איז א זעלטענהייט
[אזוי איר וועט ווייטער זעהן באריכות].

איך שפאנציר אריין מיט א בעג בילדער, מיין אשת חיל האט אראפגעשריבן פונקטליך ווי יעדע בילד ליגט ביי איר שוועסטערס אלבום
די דריטע פיקטשער גייט גיין אזוי ווי אונזער שכנ'ס אלבום ווייל זי האט 4 בלומען מער, די אנדערע פעיזדש גייט זיין אזוי די ברודער 
וואס האט אמאל געחלומ'ט פון א אלבום, אזוי איז אפגעשריבן א יעדעס איינציג בילד, כיוצר ביד החומר.

מען זעצט זיך אראפ - איך זעץ מיר נענטער צו די וואנט, אויב איך ברויך אנלעהנען די קאפ זאל איך קענען כאפן א דרימל בניחותא
מיין אשת חיל נעמט ארויס איר וואפן - א פעקל פיקטשערס, איך נעם ארויס מיין טעלעפאון און מר. פריעדמאן א פען און פעיפער.

על פי חשבוני - האב איך אזוי צוגעגרייט אז אין 5 מינוט פון יעצט זעמיר אינדרויסן טא פארוואשע זאל איך מיר זוכן צרות
איך זיץ שטיל אין די זייט, די פראגראם הייבט זיך אן.

אבער מר. פריעדמאן האט אנדערש געטראכט, ער האט זיך אנגעגרייט א טעלער פיינע מעלאנע מיט א באטל סעלצער
ער רופט זיך אזוי אן, דעיס איז פאר מיר, דא שארט ער זיך צו צום טעלער מעלאנע, די סעלטצער מיט 2 גלעזלעך רוקט ער נענטער צו מיר
"דאס איז פאר דיר"

איך וואלט מיך געטוישט מיט דיר עניטיים" איז מיין ענטפער

עניוועי סע הייבט זיך אן, פיקטשער 1 לייג מער לינקס פיקטשער צוויי נענטער אהער צו צו - פיקטשער 3 מיט פיקטשער 4...............
נאך א האלבע שעה ווער איך דארשטוג, איך עפן דעם סעלצער אזוי שטייטלעך סע זאל נישט אנשפריצן אלע געווער
איך וויל נישט צוריק קומען דא נאכאמאל.

דער מר. פריעדמאן זאגט מיר אזוי העפליך, שכח פארן אכטונג געבן סע זאל נישט רינען.
(ענק זאג איך אויס די סוד) איך האב מיר אליינס געמיינט - איך האב א נייע רעקל איך קען נישט עפארדן נאס צו ווערן - איא!

נאך א שעה גייט דורך - מען האלט שוין ביים 3טן פעטער ער קען עם גוט נאך פונדערהיים
מיין זיידע האט ער געמיינט איז גאר א צווייטער, ער טעהנט ער קוקט אויס פונקט ווי עם (זאל נישט אויסגערעדט זיין)

יעצט הייבט מען זיך אן צו טענהן - וועלעכע פיקטשער - דעי האט ער צוגעמאכט די אויגן
די אנדערע האט א פעטער צוגעמאכט די אויגן, דעי, יענע, די אנדערע, דער מר. פריעדמאן מיט אזא רוהיגקייט שלאגט פאר
זיינע פייבאלן, אזוי זיס ווי ער איז מסביר.

די זייגער רוקט זיך, ער איז געגאנגען ברענגן מעלאנע פאר אונז, אוי איז עס געווען א גוט שטיקל רויטע מעלאנע
די וואס מען קלאפט אן פארדעם צו זעהן אויב סע מאכט א ווידער קול פארן אויפשניידען.

נאכן אויפשניידען איז ער אזוי שיין רויט, אזוי געשמאק און זיס אזוי הערליך און רייף, אַך ווי גוט די שטיקל מעלאנע איז
פאר דעם אליין האט זיך שוין געלוינט אראפצו קומען.

די צייט פליעט מען האלט שוין 11 אזייגער, איך פלאץ שוין, געבארגט די קאר האב איך מיט'ן צוזאג
ביז א שעה בין איך צוריק יעצט האלט מען שוין 4 שעה איך האב נאך 10 שיעפע פיקטשערס גראד צו מאכן
דעיס גייט נאך נעמען א שיינע שטיק צייט.

דא נעמט ער זיך פארציילן איבער דזאבס וואס ער האט געהאט, גראדע האט ער מיר געוויזן אפאר הערליכע אפשאונס (OPTIONS)
וואס ער מאכט פאר קליענטן, עס איז גאנץ שיין געווען.

שוין ענדליך חצות לילה, אקעי אביסל פאר חצות, נאך חצות, איך געדענק שוין נישט, אבער מיד בין איך שוין זיכער גוט שטארק פעסט
איך בין אזוי הונגעריג, מיד און שלעפעריג.

א סטאפ ביי VIP פאר טועמיה א שאכטל לעבער ווייניגער ביי עם
א שאכטל לעבער מער ביי מיר - שלום על ישראל

****

וואס איך נעם ארויס פון די מעשה איז ווי פאלגענד:
פיקטשערס זאלן ווערן גע'אסרט ביי יודישע שמחות
(ביי די מענער זייט עכ"פ)

אויב זענט איר מחליט איר ווילט נישט אנמאכן שלום בית פראבלעמען (ווער וויל דען האבן פראבלעמען)
איר זענ מסכים אויף בילדער - דאן הערט מיר גוט צו

פריעדמאנס פאטאגרעפי איז די וועי טו גא!

די סערוויס וואס ער האט היינט צוגעשטעלט איז אויסערגעווענליך 
די רוהיגקייט, געלאסענקייט, די סערוויס איז מעכטיג

די קוואליטי פיקטשערס איז אויבנאם פאל הערליך
ועל כלם די מעלאנע איז עפעס אויזטערליש געוועזן - שכח

(פארן האלטן מיין ווייב ביזי - A-1 PLUS)

Lens lady life log

September 12, 2013  •  Leave a Comment

I’m a much better photographer than writer so hang in there if I make too many mistakes. Actually, I think I’m an even better comedienne than photographer. The reason I say this is because I just seem to have a knack for making people smile and look happy. Which comes in REAL handy as a photographer. Getting your subject to look as natural as possible can be difficult if you don’t get them to loosen up and show their natural side. KM0731KM0731

Subscribe
RSS
Keywords
Portrait
Archive
January February March April May June July August September (1) October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May (1) June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December
January February March April May June July August September October November December